אני הגבר, איך בין דער מאַן, וואָס האָט זיך צוגעקוקט, וואָס האָ

 געזען

ווי מען האָט די קינדער מיינע, מיינע פרויען, מיינע יונגע און מיינע אַלטע לייט

אין וועגענער געוואָרפן, ווי שטיינער זיי אַריינגעשליידערט דאָרט, ווי שפּען,

און געשלאָגן זיי גאָר אָן רחמנות און גערעדט צו זיי פאַרשייט.


איך האָב פון פענצטער שויב אַרויסגעקוקט, געזען די שלעגער - גאָט!

איך האָב באַטראַכט די שלעגער און די געשלאָגענע באַטראַכט -

און האָב פאַרבראָכן מיט די הענט פאַר שאַנד... אָ, שאַנד און שפּאָט,

מען האָט די יידן, אַך, מיט יידן - מיינע יידן אומגעבראַכט!


משומדים און ערב־משומדים מיט די שטיוול גלאַנציק אויף די פיס,

און אין די היטלען מיטן מגן־דוד ווי אַ האַקנקרייץ זיי אויף די קעפּ,

און מיט אַ שפּראַך אַ פרעמדע און פאַרגרייזט אין מויל און גראָב און מיאוס.

האָבן זיי פון װאוינונגען געשלעפּט אונדז, געשליידערט פון די טרעפּ.


זיי האָבן טירן אויפגעריסן און אַריינגעריסן זיך מיט גװאַלד, מיט גװאַלד

אין הייזער יידישע, פאַרמאַכטע, מיט העלצער, אויפגעהויבן אין די הענט -

אויפגעזוכט אונדז און געשלאָגן און צו די וועגענער געטריבן יונג און אַלט,

אין גאַס אַריין! געשפּיגן גאָט אין פּנים, דאָס ליכט פון טאָג געשענדט.


זיי האָבן אונדז אַרויסגעשלעפּט פון אונטער בעט, פון שאַנק אונדז און געפלוכט:

"דער וואָגן וואַרט! צו אַלדי שװאַרצע יאָר, צום אומשלאַק אייך, צום טויט!"

זיי האָבן אַלע אונדז פון שטוב אַרויסגעשלעפּט און אַלץ נאָך דאָרט אַרומגעזוכט -

דאָס לעצטע קלייד פון שאַנק, דאָס לעצטע ביסל קאַשע, דעם לעצטן פּענעץ ברויט.


און אויפן גאַס - מען קען משוגע ווערן! אויפן גאַס - קוק צו זיך און ווער דול

די גאַס איז אויסגעשטאָרבן און אין איין גרויס געפּילדער, איין געשריי -

די גאַס - װײט, ווייט אַרויף און ווייט אַראָפּ איז ליידיק און - די גאַס איז ,פול

וועגענער מיט יידן! קוק אויף די וועגענער - אויף וועגענער איז אָך און וויי, איז


ענער מיט יידן! מען פאַרברעכט די הענט, מען רייסט פון זיך די האָר -

און מאַנכע שווייגן - די שװײגנדיקע, אָך! זיי שרייען העכער נאָך!

זיי קוקן צו זיך ... ס́בלויזע קוקן זײערס ... איז́ס אַ חלום שלעכט? צי איז עס וואָר?

און באַשטיוולטע, באַהיטלטע פּאָליציע יידישע אַרום די וועגן - װײ, אַ בראָך!


דער דייטש שטייט אין אַ זייט און ווי ער װאָלט קוים־קוים צו זיך געלאַכט - 

דער דייטש שטייט פון דער ווייטנס, דער דייטש - ער מישט זיך נישט אַריין, 

וויי מיר, װי מיר, דער דייטש! ער האָט מיט יידן - מיינע יידן אומגעבראַכט


 22.10.1943
  יצחק קצנלסון‎ 
1886-1944

מאה  שערים

2023

https://vk.com/video-221416114_456265827‎